דאָס איז װי אַזױ מיר פּראָצעסירן אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע.


פֿוּן 25סטן מײַ, אַ נײַער אינפֿאָרמאַציע באַשיצוּנג רעגלאַמענטן, GDPR, אָדער אינפֿאָרמאַציע באַשיצוּנג רעגלאַמענטן, איז שײך אין אַלע לענדער פֿוּן די EU. דאָ אין שװעדיע, עס פֿאַרבײַט דעם פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע אַקט, PUL. אין פּראַקטיקע, באַשיצוּנג פֿוּן אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע איז פֿאַרבעסערט צוּזאַמען מיט אײַער רעכט כּדי צוּ װיסן פֿאַר װאָס מען נוּצט זײ אוּן װי אַזױ זײ װערן פּראָצעסעד בײַ די אויִטאָריטעט, אַזױ װי בײַ אַנדערע ביזנעסעס אוּן אָרגאַניזאַציעס.

די באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד קען דאַרפֿן קאָלעקטירן, באַקוּמען אָדער פּראָצעס אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע. פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע איז די גאַנצע אינפֿאָרמאַציע װאָס קען זײַן דירעקט אָדער אוּמדירעקט, זײַן אַטריבוּטיװ אױף אַ פֿיסיקאַל פּערסאָן װאָס איז לעבעדיק. יעדע טיפּ פֿוּן אַדמיניסטראַציע װאָס קען מען מאַכן אױף פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע אַזוי װי עס באַהאַלטן, מעקען, דיסעמינײט אוּן קאָפּירן איז פּראָצעסינג פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע.

אױב איר האָבן אַ קײס מיט די באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד, איר האָבן אײַער נאָמען אַרײַנגענוּמען אױף אַן אוּרנע פּאַפּיר, איר זײַט אַ באָרד מיטגליד פֿוּן אַ פֿאַוּנדײשאָן אָדער אַרבעטן אין אַ פּלאַץ אַװוּ מיר האָבן אָװערסײַט, אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע װעט װערן פּראָצעסעד בײַ אוּנדז. דאָס זעלבע איז אמת, צוּם בײַשפּיל, אױב איר גײט צוּ אַ קאָנפֿערענס װאָס מיר אָרגאַניזירן אָדער אױב איר אַרבעט אָן פֿילמעס אָדער פֿאָטאָס פֿאַר אוּנדזערע סאָציאַלע טשאַנעלס, װעבפּלעצער, אוּן מער.

עס דאַרפֿן דאָ זײַן לעגאַלע גרוּנטן כּדי צוּ פּראָצעסירן פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע

דעם גאַנצן פּראָצעסן פֿוּן פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע דאַרף האָבן אַ לעגאַלע גרוּנט. דעם באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד אַרבעט מיט אַ גרױס נוּמער פֿוּן לעגאַלע פּלעצער, זשע עס איז ניט מעגלעך צוּ באַשרײַבן די לעגאַלע גרוּנטן פֿאַר יעדער אינדיװידוּעלער אַקט אָף פּראָצעסן דאָ, אין דעם װעבפּלאַץ. אױב איר װיל צוּ לערנען מער װעגן װאָס פֿאַר אַן אינפֿאָרמאַציע מיר אַרבעטן װעגן אַײַך, איר קען קאָנטאַקטירן די פּאַסיקע באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד אָדער אוּנדז אין די גױנט באַצירק קאָנסיליוּם אינפֿאָרמאַציע אָרגאַניזאַציע, NOD.

די באַצירק קאָנסיליוּם זײַנען בײדע פֿאַראַנטוואָרטלעך

אַלע 21 באַצירק קאָנסיליוּם אין דעם לאַנד האָבן די זעלבע IT אָרגאַניזאַציע, אַוּן אין אַ סך זאַכן, מיר נוּצן אױך געװײנטלעך טאָלקן. צוּליב די סיבה, די באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרדס זײַנען צוּזאַמען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר אינפֿאָרמאַציע באַשיצוּנג אין באַציוּנג מיט די נײַ אינפֿאָרמאַציע באַשיצוּנג רעגלאַמענטן, GDPR. די באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרדס זײַנען אױך צוּזאַמען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע, מיט אַנדערע אױטאָריטעטן.

געזעצן דאַרפֿן אַ סטרוקטור אוּן דעם רעגיסטראַנט דאַרף װיסן (דעם דאַטאַ סאָביקט)װי אַזױ אַחריותדיקײַטן זײַנען צעטײלט צװישן די באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרדס אוּן אַנדערע אױטאָריטעטן. אין אַנדערע װערטער, װער איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר פּראָצעסירן אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע אין אַ לעגאַלער, זיכער אוּן גערעכטער װעג.

די באַשיצוּנג אָפֿיסערס פֿוּן די באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד

אַז די באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרדס האָבן גלײַך אױפֿגאַבעס, די אױטאָריטעטן האָבן אױסגעקליבן צוּ האָבן אַ געװײנטלעך אָרגאַניזאַציע (NOD) פֿאַר אינפֿאָרמאַציע באַשיצוּנג אוּן פֿאַרפֿוּלן דעם GDPR. אײן באַדאַרפֿענוּנג פֿוּן דעם אינפֿאָרמאַציע באַשיצוּנג רעגלאַמענטן איז אַז די אױטאָריטעט דאַרף באַשטימען אַן אינפֿאָרמאַציע באַשיצוּנג אָפֿיסער אוּן אַינפֿאָרמירן דעם דאַטאַ אינספּעקטאָראַטע װעגן דאָס.

די באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרדס האָבן צװײ פֿוּן די באַשיצוּנג אָפֿיסערס אוּן זײ דאַרפֿן מאָניטאָר דוּרכפֿירוּנג פֿוּן אינפֿאָרמאַציע באַשיצוּנג רעגלאַמענטן, צוּשטעלן עצות אוּן אָנהאַלט, אײַך העלפֿן אַז אַ רעגגיסטערד פּערסאָן ( אַ דאַטאַ סאָביקט) אוּן זײַן די קאָנטאַקט פּוּנקטן פֿאַר דעם דאַטאַ אינספּעקטאָראַטע.

אױב איר האָט פֿראַגעס אָדער דערװעגן װעגן װי אַזױ דשם באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד פּראָצעסירט אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע, ביטע קאָנטאַקט דעם אינפֿאָרמאַציע באַשיצוּנג אָפֿיסער דוּרך דעם אי-מײל.

יעדער באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד איז פּערזענלעכער פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר זײַנע ספּעציפֿישע אַקטיװיטעטן.

כּדי דעם באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד זאָל קענען צוּשטעלן זײַנע סערװיסעס אוּן פֿאַרפֿוּלן זײַנע קאָמיטמענטס מיט אַײַך, מיר דאַרפֿן פּראָצעסירן אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע. דוּרך דעם פּראָצעס פֿוּן אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע מיר באַשיצן אײַער פּערזענלעכער אינטעגריטי.

מיר װעלן בלױז אָנהאַלטן אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע װען עס איז דאָ אַ סיבה עס צוּ אָנהאַלטן. פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע פּראָצעסעד בײַ אַ באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד איז געוויינטלעך אין די אַלגעמײנע דאָקומענטן. כּדי צו באַשלאָסן אױב אַן אַלגעמײנער דאָקומענט דאַרף אָפּהיטן זײַן אָדער מעקן עס, מען דאַרף מאַכן אַן עװאַלוּײשאָן. ּ אין די עװאַלוּײשאָן, מען באַטראַכט װעגן:

  • די װיכטיקײַט פֿוּן די אינפֿאָרמאַציע פֿאַר די ביזבעס
  • דעם אַקסעס רעכט פֿוּן פֿאָלק
  • די לאַנגע-טערם װיכטיקײַט פֿוּן די אינפֿאָרמאַציע פֿאַר מער פֿאָרשוּנג

די באַזישע הכנסת דערװעגן רעטענשאָן אוּן מעקען זײַנען אין טשאַפּטער 2 פֿוּן סעקשאָן 18 פֿוּנ דע פֿרײַהײַט פֿוּן פּרעס רעגלאַמענטן אוּן אין די אַרכיװ אַקט. די באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד דאַרף אױך אָנהאַלטן פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע לױט די באַדערפֿענישן פֿוּן עטלעכע רעגלאַמענטן, אַזױ װי דעםָ פֿאַוּנדײשאן אַקט אוּן דעם אַקאַוּנטינג אַקט.

אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע זײַנען דאָ בלױז פֿאַר מענטשן װאָס דאַרפֿן זײ כּדי צוּ מאַכן זײַנע פֿאַראַנטװאָרלעכקײַטן. לױט דעם פּוּבליסיטי פּרינסיפּלע, װעלכער איז אַן עלעמענט אַין אײנע פֿוּן שװעדיע װיצטיקסטע געזעצן, דעם פֿאָלק האָט דעם רעכט צוּ אַקסעסירן פּוּבלישע דאָקומענטן װאָס זײַנענ ניט קלאַסיפֿיצירט אַז קאָנפֿידענשאַל. אַז אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע קען זײַן אין פּוּבלישע דאָקומענטן, עס מײנט אַז אַנדערע מענטשן, אַזױ װי מעדיאַ אָדער מאַרקעטינג קאָמפּאַניס, האָבן דעם רעכט צוּ זען די דאָקומענטן אױב זײער ציל צעברעך ניט אינפֿאָרמאַציע באַשיצוּנג געזעצן אָדער זײַנען קלאַסיפֿיצירט װי קאָנפֿידענשאַל לױט דעם פּוּבלישער אוּן פּריװאַטקײַט אַקט.

דעם באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד קען דאַרפֿן צוּשטעלן נױטיק אינפֿאָרמאַציע פֿאַר די אױטאָריטעטן אַזוי װי די פּאָליצײ, די שװעדיש טאַקס אַגענציע אָדער אַנדערע אױטאָריטעטן אױב מיר דאַרפֿן עס טאָן צוּליב אַ געזעץ.

דעם באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד שטענדיק װיל פּראָצעסירן אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע אין די EU/EEA (European Union/European Economic Area). אין עטלעכע בריות, אינפֿאָרמאַציע קענ זײַן טראַנספֿערירט, אוּן פּראָצעסעד אין ניט- EU/EEA לענדער װײַל עטלעכע פֿוּן אוּנדזערע סוּפּלײַערס אָדער סוּבקאָנטראַקטאָרס זײַנען אינטערנאַציאָנאַל אָרגאַניזאַציעס װי Microsoft אוּן Google.

דעם באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד װעט נוּצן אַלע ראַציאָנעלע לעגאַלע, טעקניקאַל אוּן אָרגאַניזאַציע מיטלען כּדי צוּ פֿאַרזיכערן אַז אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע אַיִז באַהאַנדלט מיט זיכערקײַט אוּן מיט אַן פּאַסיקע באַשיצוּנג ניװאָ אין אוּּן אױס די EU/EEA. אױב איר װילט װיסן אױב אָדער אַװוּ אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע אַיז טראַנספֿערעד אױס פֿוּן די EU/EEA, ביטע קאָנטאַקטירט אוּנדזער אינפֿאָרמאַציע באַשיצוּנג אָפֿיסער.

יעדער מענטש פֿאַרמאָגט זײַנער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע. פֿאַר דאָס, איר אַז אַן אינדיװידוּעל האָבן עטלעכע רעכט װעלכע די באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד דאַרף פֿאָלגן לױט עטלעכע בריות. לױט דעם GDPR, איר האָט די רעכט װאָס איר קען נוּצן. כּדי צוּ באַהױפּטן אַײַערע רעכט, ביטע קאָנטאַקטירט דעם אינפֿאָרמאַציעַ באַשיצוּנג אָפֿיסער.

 

לױט די אינפֿאָרמאַציע באַשיצטוּנג רעגלאַמענטן, איר האָבן שטענדיק דעם רעכט פֿאַר באַקוּמען אינפֿאָרמאַציע װעגן װעלכע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע דעם באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד האָט רעגיסטערעד װעגן אײַך. אױב איר שיקט אַ רעקועסט צוּ dataskyddsombudet@lansstyrelsen.se , מיר װעלן אײַך שיקן אַ רעגיסטרײַ עקסטראַקט. דעם עכטראַקט האָט די פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע װעגן אײַך װאָס מיר האַנדלען אוּן אַ טעקסט באַרשרײַבן װי אַזױ מיר באַהאַנדלען די פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע. עס װעט נעמען אַ מאַקסימוּם אײן מאָנאַט אײדער מען שיקט אײַך דעם רעגיסטרי עקסטראַקט.

אױב איר דענקט אַז פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע װעהנ אַײַך איז ניט גערעכט אָדער פֿאַרפֿירט, איר קען שטענדיק בעטן מען זאָל עס גערעכט מאַכן אָדער אין עטלעכע לאַגעס, גענוּצט אין אַ מער לימיטעד מין. װען דאָס געשעט, ביטע קאָנטאַקט דעם אינפֿאָרמאַציע באַשיצוּנג אָפֿיסער אוּן דערקלערט װאָס איר דענקט איז ניט גערעכט אוּן פֿאַרװאָס

איר האָט ניט דעם רעכט צוּ האָבן אַײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע פֿאַרמעקט פֿוּן די באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד, װען צוּם בײַשפּיל, עס איז דאָ:

אַ נױטיקײַט צוּ פּראָצעסירן אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע צוּ מאַכן עפּעס אין דעם פֿרײמװאָרק פֿוּן אַ קאָנטראַקט באַציוּנג מיט אײַך אַז אַ טײל פֿוּן זײַנער אױטאָריטעט אַרבעט, פֿאַר אַרכיװ צילן, צוּ נוּצן דעם רעכט פֿאַר פֿרײַהײַט פֿוּן דעות אוּן אינפֿאָרמאַציע, צוּ שטיין אַ לעגאַלע פֿאַרפֿליכטוּנג אָדער צוּ דעפֿענד לעגאַלע באַהױפּטן.

איר קענט בעטן מען זאָל פֿאַרמעקן אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע אָנגעהאַלטן בײַ די באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד אױב עס איז דאָ לפֿחות אײנע פֿוּן די פֿאָלגנדיקע קאָנדיציעס:

  • די אינפֿאָרמאַציע איז מער ניטאָ פֿאַר דע אָביעקטיװעס צוּליב װעלכע מען האָט עס קאָלעקטירט
  • דעם פּראָצעסירן דאַרף אײַער צוּשטימוּנג אַוּן איר נעמט צוּריק אַײַער קאָנסענט
  • דעם פּראָצעסירן װערט געמאַכט פֿאַר דירעקט מאַרקעטינג צילן אוּן איר זײַט נגד דעם פּראָצעסירן פֿוּן די אינפֿאָרמאַציע
  • איר, אַז אַן איִנדיװידוּעל, זײַט נגד פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע פּראָצעסירן אין פֿרײמװאָרק פֿוּן זײַנער אױטאָריטעט אַרבעט, נאָך אַ באַלאַנץ פֿוּן אינטערעסן, אוּן עס זײַנען ניטאָ שטאַרקע װירקוּנגען װאָס זײַנען שטאַרקער פֿוּן אַײַערע אינטערעסן
  • אױב די פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע איז פּראָצעסירט אוּמגעזעטלעך
  • אױב מען פֿאַרמעקוּנג פֿאַר אַ לעגאַלע פֿאַרפֿליכטוּנג

מען האָט געקריגט פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע פֿאַר אַן צוּשטעלוּנג פֿוּן די סערװיסעס פֿוּן אינפֿאָרמאַציע קאָמוּניטי (ע-סערװיסעס, סאָשאַל מעדיאַ)

עטלעכע מאָל איר קענט באַקוּמען אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע איִן אַ גענעראַלע, סטרוּקטוּרעד אוּן מאַשין געלײענט פֿאָרמאַט, אוּן אױך, אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע קען װערן טראַנספֿערירט צוּ אַן אַנדערע אָרגאַניזאַציע (אױב דאָס איז טעקניקאַלי מעגלעך) אױב דעאָ פּראָצעסירן האָט צוּ טאָן מיט קאָנסענט אָדער אַן הסכּמה אוּן אױטאָמאַטיקאַלי (דוּרך IT מיטלען). דעם רעכט איז ניט שײך אױב מען דאַרף דעם פּראָצעסירן פֿוּן די אױטאָריטעט כּדי צוּ מאַכן עפּעס אין פּוּבלישער אינטערעסט אָדער איז אַ טײל פֿוּן אױטאָריטעט אַרבעט. ביטע קאָנטאַקטירט אוּנדזער אינפֿאָרמאַציע באַשיצוּנג אָפֿיסער פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע.

איר קען אָביעקטן צוּם באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד פּראָצעסירן אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע אוּן פֿילן אַ באַקלאָג מיט די אינפֿאָרמאַציע באַשיצוּנג אױטאָריטעט. איר קען שטענדיק אָביעקטן צוּ דירעקט ,מאַרקעטינג אוּן די באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד װעט ענדיקן די פּראָמאָציע. אָבער אַן אָביעקשאָן קען ניט אַפֿעקטירן דעם פּוּבליסיטי פּרינציפּלע אוּן אַנדערע פּאַרטיס קענען נוּצן אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע פֿאַר מאַרקעטינג זאַכן.

קאָנטאַקטירט די באַשיצוּנג אָפֿיסערס פֿוּן די באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד

Maria Leijon

dataskyddsombudet@lansstyrelsen.se

טעלעפֿאָן:+ 2231000- 10 (0) 46
(סװיטש, באַצירק אַדמיניסטראַטיװ באָרד שטאָקהאָלם)

Rubrik nivå 2

Text

Kontakt

Dela sidan:

Landshövding

Maria Arnholm

Besöksadress

Kungsgatan 8

Postadress

351 86 Växjö

Organisationsnummer

202100-2296

Följ oss